זיך פארבינדן מיט די פאליציי

פארבינדט אייך מיט די פאליציי אויב איר ווילט באריכטן א פארברעך, האט סיי וואס פארא פראגעס, אדער ווילט לאזן א אן עצה. די נישט-דרינגענדע נומער פאר די פאליציי איז 14 114. אין א דרינגענדע פאל, רופט 112.

Policeman talking with citizen

14 114 – אין א נישט דרינגענדע פאל

14 114 איז די נומער וועלכע איר זאלט רופן ווען איר האט אן אנגעלעגנהייט פאר די פאליציי וועלכע איז נישט דרינגענד, צום ביישפיל א באריכט אדער אן עצה אויף א פארברעך, אינפארמאציע אויף פאספארט פראגעס, פערמיט פראגעס, אדרעסן און אפיס שעה'ן, אדער זיך צו פארבינדן מיט די סוויטש באורד אדער א מענטש וועלכע ארבעט מיט די פאליציי אין א ספעציפישע פאליציי אויטאריטעט.

אינדרויסן פון שוועדן, רופט 00 14 114 77 0046.

112 – אין א דרינגענדע פאל

112 איז די עמערזשענסי נומער וועלכע איר זאלט רופן פאר דרינגענדע הילף און ווען עס איז א געפאר פאר'ן לעבן, אייגנטוהם, אדער די אטמאספער. די עמערזשענסי נומער 112 איז פאר די וואס דארפן באלדיגע הילף פון סערוויסעס ווי די פאליציי, עמערזשענסי סערוויסעס, אדער אן אמבולאנס.

וועמען איר קענט כאפן ווען איר רופט 112:

  • אמבולאנס
  • פייער אפטיילונג
  • פאליציי
  • אן-קאל דאקטוירים
  • גיפט אינפארמאציע
  • געזעלשאפטליכע דרינגענדע סערוויסעס
  • לופט אמבולאנס
  • מאונטען רעטונג סערוויסעס 
  • לופט רעטונג סערוויסעס
  • ים רעטונג סערוויסעס
  • אטמאספער רעטונג סערוויסעס אויף די ים
  • רעטונג סערוויסעס פאר ראדיא-אקטיוו פארפעסטיגונג
  • גרעניץ אויטאריטעטן, פאר דראג עצות
  • אן-קאל דענטיסטס
  • אן-קאל גלחים

Mer på svenska om hur du kontaktar polisen