מאכן א באריכט

אויב זענט איר באטראפן געווארן פון א פארברעכן, זאלט איר דאס באריכטן פאר די פאליציי די שנעלסטע וואס מעגליך. דא קענט איר לייענען וואס איר קענט טוען דערצו.

נויטפעלער

  • אויב די פארברעך איז אין פראגרעס, רופט 112

ווען נישט א נויטפאל

  • רופט 14 114  אדער גייט צו די נאנטסטע פאליציי סטאנציע.

אינדרויסן פון שוועדן, רופט 00 14 114 77 0046.  

באריכט די שנעלסטע וואס מעגליך

באריכט א פארברעך די שנעלסטע וואס מעגליך נאכדעם וואס עס האט פאסירט. ווען דאס איז א ערנסטע פארברעך איז ספעציעל וויכטיג אז די פאליציי זאל אויך אויספארשן די פארברעך סצענע.

האט די פאלגנדע אינפארמאציע גרייט ווען איר באריכט א פארברעך:

  • די נאציאנאלע אידענטיפיקאציע נומער פון דעם פערזאן וואס מאכט דעם באריכט:
  • די נאציאנאלע אידענטיפיקאציע נומער פון דעם פארברעך באטראפענעם:
  • די אינשורענס קאמפעני פון דעם אנקלעגער:
  • די פראדוקציע נומער, פרעים נומער, IMEI נומער, אדער ענליכע אינפארמאציע פון די זאך וועלכע איז בארויבט אדער פארלוירן געווארן:
  • און די צייט און די ארט פון די פארברעכן, די פונקטליכסטע וואס מעגליך.

גייט צו די נאנטסטע פאליציי סטאנציע אויב די פארברעך איז ערנסט

אויב זענט איר באטראפן געווארן פון א אטאקע, אומלעגאלע סטראשעריי, אדער אנדערע ערנסטע פארברעכנס, זאלט איר גיין צו א פאליציי סטאנציע. די פאליציי האבן א בעסערע שאנס פון לעזן די פארברעך דורך פארשרייבן די באווייזן און וואונדן.

עס איז וויכטיג צו באריכטן פאר די פאליציי

די פאליציי זענען פאראינטערעסירט אז אלע פארברעכנס זאלן ווערן באריכטעט. עס זענען פאראן מערערע סיבות פארוואס א פריוואטע בירגער אזויווי אייך, זאל באריכטן א פארברעך צו די פאליציי אויב זענט איר באטראפן געווארן דערפון:

  • דאס איז א מיטל צו קענען שליכטן דעם פארברעכן
  • איייער אינשורענס קאמפעני וועט מעגליך פארלאנגט ווערן אייך צו באצאלן
  • עס וועט זיין גרינגער פאר אייך צוריקצובאקומען סיי וועלכע גערויבטע זאכן די פאליציי טרעפט
  • עס איז וויכטיג אז פארברעכן סטאטיסטיקס זאלן זיין ריכטיג. דאס העלפט די פאליציי צו זעהן נויגונגען אין די באפעלקערונג, ווי אויך צו אינפארמירן מענטשען איבער פארברעכן און זיי פארמיידן

ארויסהעלפן די פאליציי

די פאליציי דארף די הילף פון די מאסן כדי צו קענען פארמיידן פארברעכנס, באקעמפען פארברעכן, אין מאכן זיכער די באפעלקערונג. איר קענט אריינגעבן אינפארמאציע צו די פאליציי אין פארשידנארטיגע וועגן. איר דארפט נישט איבערלאזן אייער נאמען.

מעלדונגען קענען געגעבן ווערן אויף 114 14 

אינדרויסן פון שוועדן, רופט 00 14 114 77 0046.

Mer på svenska om hur du gör en polisanmälan