קרבנות פון עהרע-פארבינדעטע פארברעכנס

דא קענט איר ליינען איבער וואס פארא שטיצע, קרבנות פון עהרע-פארבינדעטע פארברעכנס קענען באקומען.

עהרע- פארבינדעטע פארברעכנס קענען זיין פארבינדן מיט אוועקנעמונג פון פרייהייט, צוואנג, דראונגען, מאלעסטירונגען, אנגריפן, באשיצונג אויף שולדיגער, אומ'יושר'דיגע באהאנדלונג אין פארברעכן קעיס, מארד, אדער מארד פראווו. די אקט ווערט נארמאל דירעקטירט צו א פאמיליע מיטגליד וועלכע ווערט גערעכנט צו האבן פאראורזאכט שאנד, אדער ריזיקירט צו ברענגן שאנד פאר די פאמיליע'ס עהרע.

אפט מאל זענען דא אסאך מענטשן אין די פאמיליע אונטער דעם פארברעכן. די מאטיוו איז
צוריקצוברענגן די פאמיליע'ס עהרע. עהרע, אין דעם פאל, מיינט די ווערדע וועלכע א מענטש אדער פאמיליע האט אין די אויגן פון אנדערע. פארלוירענע עהרע קען שעדיגן די פאמיליעס נאמען און געזעלשאפטליכע קאנטאקטן אינערהאלב זייער אייגענע עטנישע גרופע

שטיצע און הילף

אויב איר זענט געווארן געשעדיגט אדער געדראעט, קענט איר זיך אדער ווענדן צו די פאליציי, די סאשעל סערוויסעס אפטיילונג, אדער צו א פרויען קריזיס צענטער אויב עס איז דא איינע אין אייער געגנט. די פרויען'ס קריזיס צענטער איז אפט אין קאנטאקט מיט די סאשעל סערוויסעס אפטיילונג און קען, אין אן עמערזשענסי פאל, אייך העלפן מיט שעלטערס און מיט זיך פארבינדן צו געוויסע אויטאריטעטן. אין עטליכע לאקאציעס ארום שוועדן, זענען דא שעלטערס ווי די שטאב ספעציאליזירט זיך אין העלפן מענטשן וועלכע זענען געווען קרבנות פון עהרע-פארבינדעטע פארברעכנס. אסאך פון די שעלטערס שליסן איין קינדער, אפילו אין דרינגענדע אומשטענדן.

איר האט די רעכט זיך צו באשיצן אזוי לאנג ווי עס איז נויטיג און אזוי לאנג ווי איר האט באקומען הילף מיט'ן טרעפן אייער אייגענע האוזינג.

די פאליציי וועט אויספארשן וואס האט פאסירט און צו עס איז דא א סיבה צו גיין ווייטער מיט א ווייטער'דיגע אויספארשונג. אזוי ווי איר זענט געווען די קרבן פון א פארברעכן, וועט איר ווערן אריינגערופן פאר אויספרעגן. די פאליציי וועט אויך אויספרעגן די פארדעכטיגטער און עדות, צום ביישפיל, פאמיליע מיטגלידער און אנדערע וועלכע זענען געווען פארמישט. ענדגילטיג, קען די אויספארשונג פירן צו פארפאלגונג פון איין אדער מער באשולדיגטער.

די פאליציי טוען נארמאלערהייט אנפירן א דראונג און ריזיקע אפשאצונג און קענען, אויב נויטיג, אייך העלפן מיט פארשידענע סארט שוץ, ווי צום ביישפיל אן אנגריף אלארם.

אינערהאלב די פאליציי, זענען אויך דא פארברעכן קרבן קאארדענירערס, אדער ענליכע מענטשן, וועלכע ארבעטן מיט פארברעכן קרבן סופארט אפעראציעס. נאכמער, אסאך פאליציי אויטאריטעטן, ארבעטן מיט נאנ-פראפיט ארגאנאזאציעס ווי פרויען'ס און מיידלעך'ס קריזיס צענטערן.

אנקלאגער הילף

איר קענט  באקומען הילף פון אן אנקלאגער-געהילף, מערסטנס אפט אן אדוואקאט וואס וועט נאכקוקן אייערע אינטערעסן. איר קענט אויך באקומען עדות הילף פון א מענטש וועלכע ארבעט פאר אומזיסט און וועלכע שטעלט צו פראקטישע אינפארמאציע און הילף אין פארבינדונג מיט א פראצעס. איר דארפט נישט באצאלן דערפאר.

Mer på svenska om hedersrelaterade brott