געשלעכטליכע פארברעכן קרבנות

אויב איר זענט געווען די קרבן פון געצוואונגע געשלעכטליכע באציאונגען אדער געשלעכטליכע פייניגונגען, זאלט איר זיך פארבינדן מיט די פאליציי ווי שנעלער מעגליך. סימנים וועלכע קענען זיין וויכטיגע באווייזן, קען בלייבן פאר עטליכע טעג נאכדעם וואס עס האט פאסירט.

איר זענט נישט פארפליכטעט צו באריכטן א פארברעך, אבער דורכ'ן מאכן א פאליציי באריכט באקומט איר די מעגליכקייט פאר פארגיטיגונג וויבאלד דער פארדעכטיגער קען ווערן אנגעקלאגט. א באריכט קען אפילו פארמיידן דעם שולדיגער פון שעדיגן אנדערע. א פאליציי באריכט איז אויך וויכטיג פאר אייך צו קענען באקומען פארגיטיגונג פון פארברעכן- קרבן-פארגיטיגונג און שטיצע אין פאל וואס די שולדיגער קען נישט ווערן פארבינדן צו דעם פארברעך.

איר קענט זיך אייביג פארבינדן מיט די פאליציי אויף 14 114, אפילו אויב איר ווילט נישט מאכן א פאליציי באריכט. די פאליציי וועט גערן ענטפערן אויף אייערע פראגעס און קען אייך עצה'ן אדער אייך העלפן זיך פארבינדן מיט א סופארט ארגאנאזאציע. פאר דרינגענדע הילף, רופט אייביג 112.

שטיצע און הילף

נאנ-פראפיט ארגאנאזאציעס מיט הילף פאר פארברעך קרבנות קען מען טרעפן אין פילע פלעצער ארום שוועדן. איר קענט זיי טרעפן דורך פארברעך קרבנות הילף אדער קוויננאפרידסלינזשען. קוויננאפרידסלינזשען איז א נאציאנאלע טעלעפאן סופארט ליניע וואס יעדער קען רופן פריי פון אפצאל צו באקומען באראטונג, חיזוק און הילף. די ליניע איז אפן 24 שעה און ווערט געפירט דורך א טרענירטע שטאב וואס איז געוואוינט זיך צו באגעגענען מיט מענטשן וועלכע זענען אין קריזיס אדער האבן שווערע לעבנס אומשטענדן. איר קענט בלייבן אומאידענטיפיצירט. די טעלעפאן רוף וועט נישט ארויפקומען אויף אייער טעלעפאן ביל.

פרעגן דורך טעלעפאן אדער אי-מעיל

די שוועדישע פארברעך קרבנות הילף פאראיין האט אויך א נאציאנאלע טעלעפאן צענטער וועלכע איר קענט רופן צו באקומען הילף אדער שטיצע.

לעגאלע פארשטייער

קרבנות פון פארברעכנס האבן אין אסאך פעלער, דאס רעכט צו א לעגאלע פארשטייער, באוואוסט אלץ אן אנקלאגער-געהילף, פאר לעגאלע און פארזענליכע שטיצע. אויב איר האט באריכטעט א פארברעך און עס האט זיך אנגעהויבן אן אויספארשונג, איז דער פראקוראר דער וועלכע גיט איין פאר אן אנקלאגער-געהילף פאר אייך.

Mer på svenska om sexualbrott