אָפּקלײַבונג־כּללים - אַזױ לאַנג בלײַבט אינפֿאָרמאַציע אין דער פֿאַרברעך־געשיכטע

דער אַרויסקום, דאָס הײסט די שטראָף, באַשטימט װי לאַנג אַ פֿאַרברעך בלײַבט אין דער פֿאַרברעך־געשיכטע און װען מען מעקט אים אויס.

אינפֿאָרמאַציע װאָס מען מעקט אויס 3 יאָר נאָכן באַשלוס

שטראָף־װאַרענונג (דעם פּראָקוראָרס באַשלוס צו נישט פּראָקורירן אַ פֿאַרברעך), װען דער פֿאַרברעכער איז געװען אונטער 18 יאָר אַלט װען דער פֿאַרברעך איז באַגאַנגען געװאָרן.

  • אינפֿאָרמאַציע װאָס מען מעקט אויס 5 יאָר נאָך דער שטראָף, באַשלוס אָדער באַשטעטיקונג
  • געלטשטראָף, למשל שטראָפֿקװיט צוליב גיכקײט.
  • טאָג־שטראַף
  • אַריבערטרעט־פֿאַרבאָט
  • תּפֿיסה־שטראָף װאָס איז נישט מער דאָ לויטן 35טן קאַפּיטל, §8 אָדער §9 קרימינאַל־קאָדעקס אָדער פֿאַרװאַלטונג־שטראָף פֿאַר געלטשטראָפֿן װעלכע זײַנען נישט מער דאָ לויט §18 אָדער §21 אינעם געזעץ װעגן געלטשטראָף־דורכפֿירונג.
  • אַ פֿאַרהאַנגענע שטראָף, װען דער פֿאַרברעכער איז געװען אונטער 18 יאָר װען דער פֿאַרברעך איז באַגאַנגען געװאָרן.
  • אַ פּראָבע, װען דער פֿאַרברעכער איז געװען אונטער 18 יאָר װען דער פֿאַרברעך איז באַגאַנגען געװאָרן.
  • יוגנטס געזעלשאַפֿטלעכע אַרבעט, װען דער פֿאַרברעכער איז געװען אונטער 18 יאָר װען דער פֿאַרברעך איז באַגאַנגען געװאָרן.
  • יוגנט־פֿאַרהאַלט־צענטער אָדער איבערלאָזונג צום געזונט־סיסטעם לויטן געזעץ (1988:870) װעגן אַדיקטן, װען דער פֿאַרברעכער איז געװען אונטער 18 יאָר װען דער פֿאַרברעך איז באַגאַנגען געװאָרן.
  • אינפֿאָרמאֲציע װעגן דעם, װאָס מען איז דערקלערט פֿרײַ פֿון אַרויסקום לויטן 30טן קאַפּיטל §6 קרימינאַל־קאָדעקס, װען דער פֿאַרברעכער איז געװען אונטער 18 יאָר װען דער פֿאַרברעך איז באַגאַנגען געװאָרן.

אינפֿאָרמאַציע װאָס מען מעקט אויס 10 יאָר נאָך דער שטראָף אָדער באַשלוס

  • אַ פֿאַרהאַנגענע שטראָף
  • אומװיליק צו פּראָקורירן (דעם פּראָקוראָרס באַשלוס צו נישט פּראָקורירן, װען דער פֿאַרברעכער איז געװען איבער 18 יאָר װען דער פֿאַרברעך איז באַגאַנגען געװאָרן)
  • פּראָבע
  • יוגנטס געזעלשאַפֿטלעכע אַרבעט, װען דער פֿאַרברעכער איז געװען איבער 18 יאָר װען דער פֿאַרברעך איז באַגאַנגען געװאָרן.
  • יוגנט־פֿאַרהאַלט־צענטער אָדער איבערלאָזונג צום געזונט־סיסטעם לויטן געזעץ (1988:870) װעגן אַדיקטן, װען דער פֿאַרברעכער איז געװען איבער 18 יאָר װען דער פֿאַרברעך איז באַגאַנגען געװאָרן
  • אינפֿאָרמאֲציע װעגן דעם, װאָס מען איז דערקלערט פֿרײַ פֿון אַרויסקום לויטן 30טן קאַפּיטל §6 קרימינאַל־קאָדעקס, װען דער פֿאַרברעכער איז געװען אונטער 18 יאָר װען דער פֿאַרברעך איז באַגאַנגען געװאָרן.
  • באַשלוס װעגן אָפּהאַלט־פסק און פֿאַרבאָטן לויטן 3טן קאַפּיטל §5 געזעץ (2015:642) װעגן אַן אײראָפּעיש באַשיץ־געהײס.
  • תּפֿיסה־שטראָף װאָס מען באַטראַכט װי אין גאַנצן פֿאֲרטיק צוליב פֿריערדיקע געפֿענקעניש אָדער באֲשלוס װעגן באַגנעדיקונג.

אינפֿאָרמאַציע װאָס מען מעקט אויס 10 יאָר נאָך דעם װאָס די שטראָף איז אָפּגעזעסן געװאָרן

  • תּפֿיסה־ אָדער פֿאַרװאַלטונג־שטראָף פֿאַר געלטשטראָף (10 יאָר נאָך באַפֿרײַונג).
  • פֿאַרשליסטער יוגנט־פֿאַרהאַלט־צענטער (10 יאָר נאָך דעם װאָס דער ארויסקום איז דורכגעפֿירט אין גאַנצן).
  • פּסיכיאַטרישער פֿאַרהאַלט־צענטער (10 יאָר נאָך אויסשרײַבונג)

מער װעגן אויסמעקונג (אָפּקלײַבוגנ)

אינפֿאָרמאַציע אין דער פֿאַרברעך־געשיכטע זאָל זײַן דאָ אַזוי לאַנג װי אַן אַנדער אינפֿאָרמאַציעס אָפּקלײַבונג־צײַט, אויסמעקונג־צײַט, איז נישט פֿאַרבײַ. אַחוץ געלט־שטראָפֿן, װאָס נישט װירקן אויף אַנדערע אינפֿאָרמאַציעס.

אינפֿאָרמאַציעס קענען נישט בלײַבן אין דער פֿאַרברעך־געשיכטע מער װי 20 יאָר, אַחוץ תּפֿיסה־שטראָפֿן װאָס מען מעקט אויס 20 יאָר נאָך דער באַפֿרײַונג און צײַט אין אַ פּסיכיאַטרישן פֿאַרהאַלט־צענטער װאָס מען מעקט אויס נישט שפּעטער װי 20 יאָר נאָך דער אויסשרײַבונג (§18 און §17).

טאָמער, איז מען באַפֿרײַט פֿון שטראָף געװאָרן אין דעם געריכט, װערט דאָס נישט אַרײַנגעשריבן אין דער פֿאַרברעך־געשיכטע. מע שרײַבט אויך נישט אַרײַן אַ באַפֿרײַונג פֿון שטראָף אינעם ערשטן אינסטאַנץ געריכט. טאָמער, באַקומט מען אַ באַפֿרײַונג פֿון שטראָף אין אַ העכערן אינסטאַנץ, מעקט מען די אינפֿאָרמאַציע אין דער פֿאַרברעך־געשיכטע אויס, נאָך דער דאַטע װאָס דער באַשלוס װערט גילטיק.

די כּללים װעגן אָפּקלײַבונג, אָדער אויסמעקונג, פֿון דער פֿאַרברעך־געשיכטע זײַנען דאָ אין דעם געזעץ װעגן פֿאַרברעך־געשיכטע.

דער געזעץ װעגן פֿאַרברעך־געשיכטע אויפֿן רײַכסטאָגס װעבזײַטל