וויאזוי די פאליציי ארבעט אקעגן טרעפיק פארלעצונגען

דא קענט איר לייענען וויאזוי די פאליציי ארבעט אקעגן טרעפיק פארלעצונגען אזויווי פארן שנעל, און דרייווען אונטער די איינפלוס פון דראגס אדער אלקאהאל.

אינפארמאציע איבער קארס, אימפארטירן קארס, און טרעפיק געזעצן, ווי אויך שטייער און צוגאב-צאלונגען, קענען געפונען ווערן ביי די שוועדישע טראנספארט אגענטור. אינפארמאציע איבער אלעם אנבאלאנגט דרייווערס לייסענס פאר קארס, מאטארסייקעלס, טראקטארס, אלל טעררען וויהקעלס, און EU מאפעדס קענט איר טרעפן ביי די Körkortsportalen וועבסייט.

טרעפיק זיכערהייט קאמערעס

אויף די וועגן ווי טרעפיק זיכערהייט קאמערעס זענען אויפגעשטעלט געווארן, זענען באדייטנד געפאלן די נומער פון פאטאלע עקסידענטן און ערנסטע שעדיגונגען.

שנעל פארן פארלעצונגען וועלכע ווערן אופגעכאפט דורך די קאמערעס ווערן אויסגעפארשט דורך די אויטאמאטיק טרעפיק סעיפטי אינספעקשאן ATK אפטיילונג פון די שוועדישע פאליציי אין קירונא. פון דא קענען די קאמערעס ווערן אנגעצינדן און אויסגעלאשן. דאס צו די קאמערעס ווערן אנגעצינדן אדער נישט, איז נישט געוואנדן אין די טרעפיק שוועריקייט, אדער ווי געפארפול די שטרעקע פון וועג איז.

ווען א קאר קומט נאנט צו א קאמערע, ווערט די ספיד געמאסטן מיט די הילף פון ראדאר. טרעפיק זיכערהייט קאמערעס כאפן בלויז אויף די קארס וועלכע פארן שנעלער ווי ערלויבט. דאס בילד ווערט דאן דורכגעקוקט פערזענליך. די פאסאנדשיר זיץ ווערט איבערגעדעקט, אפגעזעהן אויב זיצט דארט איינער אדער נישט.

אין לויף פון די אויספארשונג, ווערן די קאר און מעגליכע דרייווער באשטעטיגט דורך פארשידענע רעגיסטערס. די בילד פונעם דרייווער ווערט צוזאמגשטעלט מיט פאספארטן אדער דרייווערס לייסענס בילדער. אויב די בילד פונעם דרייווער שטימט מיט די בילד פונעם פאספארט אדער דרייווערס לייסענס, ווערט געשיקט א דאקומענט מיט א בילד און אנצייכענונגען צו דעם פארדעכטיגטן. אויב קען דער דרייווער נישט אידענטיפיצירט ווערן, ווערט די קאר אייגנטומער געפרעגט ווער עס האט געדרייווט די קאר.

דרייווען אנגעטרונקען און שיפלען אנגעטרונקען

די שטאפל פאר דרייווען אנגעטרונקען איז 0.10 אלקאהאל מיליגראמס פער ליטרע פון ארויסגעבלאזענע לופט, וואס קומט אויס צו זיין 0.2 פער טויזענט אין די בלוט. פארן דרייווען אנגעטרונקען קענט איר באקומען א געלט שטראף אדער א טורמע אורטייל ביז צו 6 מאנאטן

די שטאפל פאר הארב אנגעטרונקענע דרייווען איז 0.50 אלקאהאל מיליגראמס פער ליטרע פון ארויסגעבלאזענע לופט, וואס קומט אויס צו זיין 1.0 פער טויזענט אין די בלוט. דער דרייווער קען פאראורטיילט ווערן ביז צו צוויי יאר אין טורמע. אפילו דרייווערס וואס זענען שטארק באווירקט געווארן דורך די אלקאהאל אדער אנדערע דראג, אדער וועלכע האבן אוועקגעשטעלט א גרויסע געפאר פאר די טרעפיק זיכערהייט, קענען ווערן פאראורטיילט פאר הארב אנגעטרונקענע דרייווען.

די קלענערע שטאפל פאר שיפלען אנגעטרונקען איז 0.2 פער טויזענט. די שטאפל פאר הארב אנגעטרונקענע שיפלען איז 1.0 פער טויזענט. די שטראף פאר שיפלען אנגעטרונקען איז א געלט שטראף אדער א טורמע אורטייל פון ביז 6 מאנאטן. פאר הארב אנגעטרונקענע שיפלען קען דער שיף פירער ווערן פאראורטיילט ביז צוויי יאר אין טורמע. די שוועדישע פאליציי, די שוועדישע קאוסט גארד, און שוועדישע גרעניץ וואך, האבן די רעכט אדורכצופירן ברעטילייזער טעסטס אויפן וואסער.

די שטאפל פאר דרייווערס לייסענס קאנפיסקאציע איז 0.15 אלקאהאל מיליגראמס פער ליטרע פון ארויסגעבלאזענע לופט.

Polisens arbete med trafikbrott på svenska.