געכאַפּט, אַרעסטירט אָדער פֿאַרהאַלטן
כּללים װעגן אַרעסט און קאָנפֿיסקאַציע אין משך פֿון אַ קרימינאַל־אויספֿאָרשונג
אַ קרימינאַל־אויספֿאָרשונג, אָדער אַן אַזוי גערופֿענע קודם־אויספֿאָרשונג, מאַכט מען װען מען מײנט אַז אַ פֿאַרברעך איז באַגאַנגען געװאָרן. בעת אַ קודם־אויספֿאָרשונג פֿאָרשט מען אויס װער מען קען שׂכלדיק האָבן אַ חשד אַז ער איז דער פֿאַרברעכער, און אויב עס זײַנען דאָ אַ שטאַרק גענוג סיבה צו פּראָקורירן דעם חשוד.
שׂכלדיקער חשד
אַ שׂכלדיקער חשד הײסט אַז מען איז אַ חשוד לויט דער נידעריקער גראַדע. עס זײַנען דאָ באַטײַטיקע אומשטאַנדן װאָס גאַנץ קלאָר באַװײַזט אַז דער פֿאַרברעך איז באַגאַנגען געװאָרן פֿונעם חושד.
משמעות־חשד
אַ משמעות־חשד הײסט אַז מען איז אַ חשוד לויט דער העכערער גראַדע. עס זאָל זײַן קלאָר לויט אַן אָביעקטיװן דורכגאַנג פֿון די ראַיות אין דעם אײנציקן פֿאַל, אַז עס איז יאָ אַ לעגיטימער חשד.
אַ סיבה שטאַרק גענוג צו פּראָקורירן
ס'האַנדלט זיך װעגן דעם װאָס מען קען, אויף אָביעקטיװע גרונטן, האַלטן אַז דער געריכט װעט פֿאַרמשפּטן דעם חשוד. דער פּראָקוראָר באַשטימט װען עס איז דאָ אַ סיבה שטאַרק גענוג צו עמעצן פּראָקורירן.
געכאַפּט
דער פּאָליצײ באַשטימט צי עס איז דאָ אַ סיבה צו עמעצן גיך אַרעסטירן. דער געכאַפּטער זאָל מען אַזוי באַלד װי מעגלעך שטעלן אויפֿן פֿארהער און נאָך דעם באַשליסט דער פּראָקוראָר תּקיף צי מע זאָל דעם חשוד אַרעסטירן. טאָמער, אַרעסטירט מען נישט דעם חשוד, מוז מען תּקיף בטל מאַכן דעם כאַפּ־באַשלוס. די כּללים װעגן כאַפּן עמעצן זײַנען דאָ אינעם 24טן קאַפּיטל, §7 און 8, אין פּראָצעס־קאָדעקס.
אַרעסטריט
מען קען עמעצן אַרעסטירן בעת מען װאַרטן אויף אַ געריכט צו באַשליסן װעגן פֿאַרהאַלטונג. מע קען אויך עמעצן אַרעסטירן װען ס'איז װיכטיק פֿאַר דער אויספֿאָרשונג. דער פּראָקוראָר באַשליסט װען מען זאָל עמעצן אַרעסטירן. נישט שפּעטער װי 12 אַ זײגער אויף דער דריטער טאָג נאָכן באַשלוס װעגן אַרעסטירונג, מוז דער פּראָקוראָר אַפּליקירן אויף פֿאַרהאַלטונג בײַם געריכט. די כּללים װעגן אַרעסטירן עמעצן זײַנען דאָ אינעם 24טן קאַפּיטל, §6, 11, 12 און 13 אינעם פּראָצעס־קאָדעקס.
פֿאַרהאַלטן
מע קען פֿאַרהאַלטן אַ חשוד װען עס איז דאָ אַ ריזיקע אַז ער װעט זיך באַהאַלטן דורך דער אויספֿאָרשונג, למשל, דורך אַװעקפֿאָרן פֿונעם לאַנד, שטערן די אויספֿאָרשונג אָדער באַגײן מער פֿאַרברעכן. דער אַרויסקום מוז זײַן צום װײניקסטן אײן יאָר אין תּפֿיסה.
מע זאָל אַלע מאָל פֿאַרהאַלטן דעם חשוד װען דער פֿאַרברעך קען געבן 2 יאָר אין תּפֿיסה אָדער מער, אָבער עס זײַנען דאָ אויסנעמען. אַ געריכט באַשליסט װעגן פֿאַרהאַלטונג, און נאָכן באַשלוס מוז מען פּראָקורירן דעם חשוד פֿאַר דעם װאָס 14 טעג זײַנען פֿאַרבײַ, אָבער מען קען אַפּליקירן אויף מער צײַט בײַם געריכט. די כּללים װעגן פֿאַרהאַלטן עמעצן זײַנען דאָ אינעם 24טן קאַפּיטל, §1-5 און 18, אינעם פּראָצעס־קאָדעקס.
צו זײַן באַרויבן פֿון פֿרײַהײט
צו זײַן געכאַפּט, אַרעסטירט אָדער פֿאַרהאַלטן הײסט אַז מע װערט אַרײַנזעצן אין אַ פֿאַרשליסטן צימער מיט װײניק קאָנטאַקט מיט אַנדערע, מחוץ װאָס שײך זײַן אַדװאָקאַט. טאָמער, איז עס דאָ אַ ריזיקע אַז דער חשוד װעט שטערן די אויספֿאָרשונג, קען דאָס געריכט באַשליסן צו װידער פֿאַרבאָטן קאָנטאַקט מיט דער װעלט, למשל קען עס זײַן אַז דער חשוד טאָר נישט לײענען צײַטונגען, צוהערן צו ראַדיאָ אָדער קוקן אויף טעלעװיזיע. די כּללים װעגן באַרויבן עמעצן פֿון זײַן פֿרײַהײט זײַנען דאָ אינעם 24טן קאַפּיטל, §5, אינעם פּראָצעס־קאָדעקס.
געכאַפּטע און אַרעסטירטע חשודים זיצט מען געװײנטלען אַרײַן אין אַ פּאָליצײ־אַרעסט בײַ דער פּאָליצײ־סטאַנציע. פֿאַרהאַלטענע חשודים זיצט מען אין אַ פֿאַרהאַלט־צענטער. די תּפֿיסה־סיסטעם טראָגט דאָס אַחריות װאָס שײך פֿאַרהאַלט־צענטערס. טאָמער, האָט דער פֿאַרהאַלטענער חשוד נישט קײן באַגרענעצונגען, קען ער זען זיך מיט אַנדערע פֿאַרהאַלטענע.
צי טאָר עמעצער װאָס איז נישט קײן פּאָליציאַנט כאַפּן אַ חשוד?
אויך דער עולם קען כאַפּן אַ חשוד, אַן אַזוי גערופֿענער בירגער־אַרעסט, װען דער פֿאַרברעך קען געבן אַ תּפֿיסה־שטראָף, װען מען האָט געכאַפּט דעם חשוד אויפֿן אָרט אָדער װען דער חשוד אַנטלויפֿט פֿונעם פֿאַרברעכאָרט. דער עולם מעג אויך כאַפּן עמעצן װאָס מע זוכט צוליב אַ פֿאַרברעך. מע זאָל דעם געכאַפּטן חשוד גלײַך איבערגעבן צום פּאָליצײ. כּללים װעגן בירגער־אַרעסט זײַנען דאָ אינעם 24טן קאַפּיטל, §7, אינעם פּראָצעס־קאָדעקס.
צו קאָנפֿיסקירן אַן אָביעקט אין משך פֿון אַ קרימינאַל־אויספֿאָרשונג
פּאָליציאַנטן אָדער פּראָקוראָרן פֿירן זיך אָן מיט דער קרימינאַל־אָויספֿאָרשונג, און זײַנען די אַזוי גערופֿענע אויספֿאָרשונג־אָנפֿירערס. זײ באַשליסן װאָס מע זאָל טאָן װען ס'קומט צו דער אויספֿאָרשונג. עס קען, למשל, זײַן צו קאָנפֿיסקירן אָביעקטן װאָס זײַנען װיכטיקע פֿאַר דער אויספֿאָרשונג. די כּללים װעגן קאָנפֿיסקאַציע זײַנען דאָ אינעם 27טן קאַפּיטל, §1, אינעם פּראָצעס־קאָדעקס.
טאָמער, קען דער פֿאַרברעך געבן אַ תּפֿיסה־שטראָף קען מען לויט אַ זוכבאַפֿעל דורכזוכן די הײם פֿון אַ חשוד, כּדי צו קאָנפֿיסקירן אָביעקטן. די כּללים װעגן זוכבאַפֿעל זײַנען דאָ אינעם 28טן קאַפּיטל, §1, אינעם פּראָצעס־קאָדעקס.
מע זאָל אָדער צוריקקעבן קאָנפֿיסקירטע אָביעקטן צום חשוד אָדער עמעצן װאָס אײגנטלעך פֿאַרמאָגט דעם אָביעקט.
מע קען אויך צעשטערן אָביעקטן, דאָס הײסט אַז מען שעשטערט זײ אָדער גיט זײ איבער צו דער מלוכה. עס קען למשל זײַן געגנבֿעטע געלט, װאָפֿנס אָדער אָביעקטן װאָס מען קען ניצן כּדי צו דורכפֿירן פֿאַרברעכן. כּללים װעגן צעשטערן אָביעקטן זײַנען דאָ אינעם 36טן קאַפּיטל אינעם קרימינאַל־קאָדעקס.