מינדערהייט שפּראַך
דעם 1-טן יאַנואַר 2010 האָט באַקומען מעכטיקייט דער געזעץ לגבי נאַציאָנאַלע מינדערהייטן און מינדערהייט-שפּראַכן. שוועדישע נאַציאָנאַלע מינדערהייטן זײַנען ייִדן, ציגײַנער, לאַפּן, שוועדן וואָס ריידן פֿיניש און די אײַנוווינערשאַפֿט פֿון דעם טורנאו טאָל.
זיי רעדן די פֿאָלגנדיקע שפּראַכן: ייִדיש, ראָמאַני טשיב, לאַפּיש, פֿיניש און מיענקיעלי.
די געזעלשאַפֿטלעכקייט האָט אַ באַזונדערע פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט צו פֿאַרטיידיקן און אַנטוויקלען די שפּראַכן פֿון די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן, און זי מוז אויך שטיצן די מעגלעכקייטן פֿון די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן צו אָפּהיטן און אַנטוויִקלען זייער קולטור אין שוועדן. אַ מענטש באַשליסט פֿאַר זיך אַליין צי ער געהערט צו אַ נאַציאָנאַלע מינדערהייט, צי ניט – די פֿראַגע איז – מיט וועלכע גרופּע אידענטיפֿיִצירט זיך אַ מענטש און צו וועמען פֿילט ער אַ שײַכות.
מענטשן וואָס רעדן פֿיניש, מיענקעלי אָדער לאַפּיש און וווינען אין געוויסע טעריטאָריעלע און אַדמיניסטראַטיווע געגנטן האָבן איבעריקס שטאַרקע רעכט. מער אינפֿאָרמאַציע קען מען געפֿינען אויף דאָס הויז-וועב-זײַטל: Länsstyrelsen i Stockholm Länsstyrelsen i Stockholm
דאָס געזעץ באַשטעטיקט אַז מע מוז פֿאַרטיידיקן און אַנטוויקלען די שפּראַכן פֿון די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן. די שוועדישע רעגירונג מוז זײַן אויפֿמערקזאַם צו די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן און באַציען זיך בכּבֿודיק צו זייערע באַדערפֿענישן.
די בשותּפּותדיקע זאַך וואָס די מינדערהייט- גרופּעס פֿאַרמאָגן איז דער פֿאַקט וואָס זיי לעבן אין שוועדן אין פֿארלויף פֿון אַ לאַנגע תּקופֿה און שטעלן פֿאָר מיט זיך גרופּעס מיט אַ שאַרפֿ-אויסגעדריקטן אידענטיפֿיצעט. זיי פֿאַרמאָגן אויך אַ רעליגיעזע, שפּרעכלעכע, געזעלשאַפּטלעכע און קולטורעלע איינהייט, און אַ ווילן אָפּצוהיטן זייער אידענטיפֿיצעט.