וויאזוי די פאליציי ארבעט אקעגן וואליום פארברעכן
וואליום פארברעכן איז פארברעכנס וועלכע פארסירן אפט און באווירקט מערערע מענטשן, צום ביישפיל, קאר גניבות און גניבות פון קארס, ביציקל גניבות און נעמען פון געשעפטן אומבאצאלט, איינברעכערייען און הייזער, וואנדאליזם, שווינדל, אנפעלער, און דרייווען אנגעטרונקען.
כדי די פאליציי זאל זיך קענען אפגעבן מיט וואליום פארברעכנס, איז וויכטיג צו האבן עדות אינפארמאציע און אפגעהיטענע באווייזן, צום ביישפיל, בילדער פון זיכערהייט קאמערעס, פינגער אפדרוקן, און DNA. עס איז אויך וויכטיג אז דער אנקלעגער און עדות זאלן ווערן אויסגעפארשט די שנעלסטע וואס מעגליך איידער זיי פארגעסן וואס זיי ווייסן.
א אנפאל וואס איז נישט באשטימט אלס הארב, איז א ביישפיל פון א וואליום פארברעכן. די שוועדישע פאליציי ארבעט אויף מערערע וועגן צו פארמיידן ווילדע פארברענכס, אריינגערעכנט אפשטעלן צוטריט צו אלקאהאל פאר מינדעריעריגע, און ארבעטן מיט ווערץ הייזער, זיכערהייט וועכטער, און מוניציפאלע סאציאלע סערוויס. די ארבעט ווערט צוגעפאסט צו די לאקאלע אומשטענדן.
נאך א ביישפיל פון וואליום פארברעכנס איז טאשן שניידעריי. טאשן שניידעריי פאסירט אפט ווי עס געפונען זיך אסאך מענטשן, צום ביישפיל רעסטוראנטן און אויף מאסן טראנספארטאציע. די שוועדישע פאליציי ווענדט אפט זייער ארבעט צו ערטער ווי טאשן שניידעריי פאסירט אפט, צום ביישפיל, מיט אויספארשונגען.