(Jiddisch)ייִדיש
אויפֿן אָ זײַטל האָבן מיר געזאַמלט אינפֿאָרמאַציע פֿאַר דיר וואָס רעדט ייִדיש
מעלדן אַ פֿאַרברעך אָדער אינפֿאָרמירן די פּאָליציי
קלינג אָן 11414 אָדער גיי צו אַ פּאָליציי־סטאַנציע.
טאָמער, קלינגסטו אָן פֿון אויסלאַנד אָדער האָט אַן אויסלענדישן טעלעפֿאָן אין שוועדן, קלינג אָן 46771141400+.
נעם מיט דיר אַ חבֿר וואָס רעדט שוועדיש. בײַ דער פּאָליציי זענען דאָ מענטשן וואָס רעדן אַ סך פֿאַרשיידענע לשונות, אָבער מיר קענען ניט צוזאָגן אַז עמעצער דאָ קען רעדן אָט דײַן שפּראַך.
קלינג אָן 112 צי דער פֿאַרברעך געשעט איצט אָדער ווען דײַן לעבן איז געשטעלט אין אַ סכּנה.
צי ניצן די פּאָליציי איבערזעצערס?
יאָ, די פּאָליציי ניצט אַן איבערזעצער ווען מע האָט אָנגעהויבן אויספֿאָרשן אַ פֿאַרברעך.
צי איז עס דיר שווער צו זען אָדער הערן?
טאָמער איז עס דיר שווער צו זען, קענסטו זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דער פּאָליציי דורך אַ בילד־טעלעפֿאָן. טאָמער איז עס דיר שווער צו הערן, קענסטו זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דער פּאָליציי דורך אַ טעקסט־טעלעפֿאָן.
קלינג דער פּאָליציי אָן מיט אַ בילד־טעלעפֿאָן, אַ טעקסט־טעלעפֿאָן אָדער ״טעלעטאַל״
צי האָסטו פֿאַרלוירן דײַן פּאַספּאָרט, שאָפֿיר־ליצענץ אָדער אידענטיפֿיקאַציע־קאַרטל?
דערצייל די פּאָליציי.
צי איז עס וויכטיק צו מעלדן פֿאַרברעכן?
יאָ, די פּאָליציי וויל אַז מע מעלדט אַלע חשודע פֿאַרברעכן.