גיבט זיך איין פאר א פאספארט אדער נאציאנאלע אידענטיפיקאציע קארטל

דא קענט איר לייענען וויאזוי זיך איינצוגעבן פאר א פאספארט און א נאציאנאלע אידענטיפיקאציע קארטל.

די פאליציי פאספארט אפיס גיבט ארויס פאספארטן און נאציאנאלע אידענטיפיקאציע קארטלעך פאר שוועדישע בירגער.  איר קענט זיך איינגעבן און אפנעמען אייער נייע פאספארט אדער נאציאנאלע אידענטיפיקאציע קארטל ביי סיי וועלכע פאספארט אפיס אין לאנד.

יעדער וואס גיבט זיך איין פאר פאספארט מוז ערשיינען פערזענליך ביי די פאספארט אפיס, אפילו קינדער און יונגע מענטשן. פאר די אונטער די עלטער פון 18 יאר, איז שטענדיג פארלאנגט א געשריבענע ערלויבעניש פון אלע לעגאלע אפוטרופוס.

אויב איז אלטע פאספארט נאך גילטיג, מוזט איר דאס איבערגעבן עס אפצושטעלן ווען איר נעמט אפ די נייע.

א פינגער-אפדרוק אין די פאספארט איז פארפליכטעט זינט 2009. אויב האט איר א פאספארט וואס איז גילטיג אן פינגער אפדרוקן, דארפט איר נישט מאכן א נייע איידער עס לויפט אויס.

די פינגער אפדרוק ווערט גענומען ביי די פאספארט אפיס און ווערט ארויפגעייגט אויף די טשיפ פון אייער פאספארט. קינדער אונטער 6 יאר, און די וועלכע האבן פערמענאנטע שאדן אויף זייערע פינדער דארפן נישט געבן א פינגער אפדרוק. אויב האט א צייטווייליגע שעדיגונג אויף איינע אדער ביידע הענט וואס מאכט פאר אייך אוממעגליך צו געבן פינגער אפדרוק, קענט איר באקומען בלויז א פראוויזארישע פאספארט.

ברענגט אידענטיפיקאציע ווען איר גיבט זיך איין פאר א פאספארט. די פאלגנדע אידענטיפיקאציע איז אננעמבאר:

  • א גילטיגע שוועדישע פאספארט
  • א גילטיגע נאציאנאלע אידענטיפיקאציע קארט
  • א גילטיגע אידענטיפיקאציע קארטל פאר רעגיסטרירטע איינוואוינער פון שוועדן
  • א שוועדישע SIS-בראנדעד אידענטיפיקאציע קארטל אדער א אידענטיפיקאציע קארטל געגעבן דורך א רעגירונגס אוטאריטעט

אויב האט איר נישט קיין אידענטיפיקאציע, קען א פערזאן מיט אייגענע אידענטיפיקאציע, צום ביישפיל, אייער מאן/ווייב, עלטערן, זיידע/באבע, אדער עלטערע געשוויסטער באשטעטיגן אייער אידענטיפיקאציע. א פראוויזארישע פאספארט איז נישט א גילטיגע אידענטיפיקאציע פאר א פאספארט אפליקאציע.

אויב האט איר פארלוירן אייער פאספארט אדער נאציאנאלע אידענטיפיקאציע קארטל, זאלט איר דאס באריכטן פאר די פאליציי. עס וועט דאן ווערן אפגעשטעלט. גיבט אייך איין פאר א נייע פאספארט אדער נאציאנאלע אידענטיפיקאציע קארטל ווען איר באריכטעט די פארלוירענע.

אויב טרעפט איר אייער פארלוירענע פאספארט אדער נאציאנאלע אידענטיפיקאציע קארטל, איז וויכטיג אז איר זאלט דאס באריכן צו די פאליציי. אויב האט איר באקומען א נייע פאספארט אדער נאציאנאלע אידענטיפיקאציע קארטל, זענט איר פארפליכטעט צוריקצוגעבן די אלטע עס אפצושטעלן. די אלטע רייזע פאפירן קענען נישט גענוצט ווערן.

אויב פארלירט איר אייער פאספארט אדער נאציאנאלע אידענטיפיקאציע קארטל ווען אינדרויסן פון לאנד, זאלט איר זיך פארבינדן מיט די נאנטסטע שוועדישע אמבעסאדע אדער קאנסולאט.

Pass och nationellt id-kort (på svenska)