באטראפענע פון פארברעכנס דורך נאנטע
דא קענט איר אויסגעפונען וואס צו טוען אויב איר ווילט באריכטן אז איינער וואס איז נאנט פארבינדן מיט אייך באקלאפט אייך אדער שטעלט אייך אויס צו אנדערע מיסברויכן.
אויב זענט באטראפען געווארן פון א פארברעכן אזויווי מאלעסטירונג, סטראשעריי, אדער אנדערע ערליי ווילדע אדער געשלעכטליכע פארברעכנס, קענט איר שטענדיג רופן די שוועדישע פאליציי אויף 14 114. אין נויטפעלער, רופט 112. איר קענט אויך גיין צו נאנטסע פאליציי סטאנציע אין מאכן א באריכט.
באריכטן א פארברעכן איז וויכטיג
איר זענט נישט פארפליכטעט צו באריכטן פארברעכנס, אבער באריכטן איז וויכטיג אויב ווילט איר באקומען באצאלט און הילף פון אייער אינשורענס קאמפעני אדער פארברעכן באטראפענע באצאלונג און הילף.
וויכטיגע באווייזן
אויב איר זענט געשעדיגט, זאל איר פארשרייבן די וואונדן, בעסער דורך זיי פאטאגראפירן, דורך א דאקטאר. די פאליציי קען אייך ארויסהעלפן מיט מער אינפארמאציע. אדער לייגט אוועק אלע סטראשענונגען וואס איר באקומט אויף אייער טעלעפאנישע ענטפער מאשין, אדער דורך עי-מעיל אדער SMS. דאס קענען זיין וויכטיגע שטיקלעך פון אינפארמאציע.
קינדער וואס ליידן פון דאמעסטישע גוואלדטאטן
אויב א קינד האט בייגעוואוינט גוואלדטאטן אינדערהיים, האט דאס קינד די רעכט פון באצאלונג פאר קרימינאלע שאדנס. פארדעם איז וויכטיג אז די פאליציי פארשרייבט אז די קינדער זענען געווען אנוועזנד און וואס זיי האבן מיטגעמאכט. גיבט זיך איין פאר באצאלונג ביי די פארברעכן באטראפענע צאלונג און הילף.
פרויען קריזיס צענטער
פרויען קריזיס צענטער געפונען זיך דורכאויס כמעט דאס גאנצע לאנד. איר קענט זיך ווענדן צו איינע פון די פאר שוץ און הילף צו אויספלאנירן וואס איר זאלט טוען אין די צוקונפט.
RSFL פארברעך באטראפענע הילף
די שוועדישע פעדעראציע פאר געי, לעסביען, בייאסעקשועל, און טרענסגענדער רעכטן האט פארברעכן באטראפענע הילף פאר די דאזיגע מענטשן. איר קענט זיך ווענדן צו זיי אויב, צום ביישפיל, איר זענט באטראפן געווארן פון א פארברעכן אין א נאנטע פארבינדונג דורך איינעם פון די זעלבע געשלעכט.
פארברעכן באטראפענע הילף
אין מערערע מוניציפאליטעטן זענען פאראן א פארברעכן באטראפענע הילף ווי אלע פארברעכן באטראפענע קענען זיך ווענדן. די שוועדישע פארברעכן באטראפענע הילף פעדעראציע האט אויך א נאציאנאלע טעלעפאן צענטער ווי איר קענט רופן צו באקומען הילף און שטיצע.
לעגאלע פארשטייער
אין מערערע פעלער, האט איר די רעכט אלס א פארברעכן באטראפענער, צו א לעגאלע פארשטייער וואס איז באקאנט אלס אנקלעגער ארויסהעלפער, פאר לעגאלע שטיצע. דער פראקורער וואס פירט די קרימינאלע אויספארשונג וועט דאס בעטן פון די דיסטריקט געריכט, וואס וועט באשליסן אויב איר באקומט אן אנקלעגער ארויסהעלפער.