באטראפענע פון האס פארברעכנס
דא קענט אויסגעפונען וויאזוי צו באריכטן א האס פארברעכן און וואספארא הילף איר קענט באקומען אויב איר אליינס זענט באטראפן געווארן פון א האס פארברעכן.
האס פארברעכנס זענען פארברעכנס וואס ווערן געטוען צוליב דעם אנגרייפער'ס נעגאטיווע צוגאנג צו געוויסע גרופעס אין די באפעלקערונג.
די גרופעס וועלכע זענען באשיצט אונטער די האס פארברעך געזעץ זענען די באזירט אויף
- הויט קאליר
- נאציאנאליטעט אדער עטנישע אפשטאם
- רעליגיעזע אנהענגערשאפט אדער גלויבן
- געשלעכליכע אריענטירונג –דאס איז, היטירא-, האמא-, אדער בייא-געשלעכטונג
איר דארפט נישט באלאנגען צו איינע פון די גרופעס צו ווערן באטראפן פון א האס פארברעכן. עס איז גענוג אז דער אנגרייפער ציהלט קעגן אייך מיינענדיג אז איר באלאנגט צו איינע פון די גרופעס, צום ביישפיל, ער אדער זי מיינען א איר זענט אן האמאסעקשועל, אדער אז איר קומט פון א אנדערע לאנד, נישט שוועדן
איבער וואס צו טראכטן ווען איר באריכטעט א האס פארברעכן
אויב זענט איר אליינס באטראפן געווארן פון א האס פארברעכן, אדער פארדעכטיגט א האס פארברעכן, זאלט איר זיך פארבינדן מיט די פאליציי אין זיי פארציילן דערוועגן. האס פארברעכנס ווערן באריכטעט אויפן זעלבן וועג ווי אנדערע פארברעכנס.
עס איז וויכטיג אז איר זאלט זאגן פארוואס איר גלויבט אז איר זענט באטראפן געווארן פון א האס פארברעכן, ווען איר באריכטעט דאס פאר די פאליציי. איין ביישפיל איז אויב זענט איר צושלאגן געווארן און דער אנגרייפער האט אייך באלעסטיגט צוליב די קאליר פון אייער הויט אדער נאציאנאלע אפשטאם.
די פאליציי דארפן האבן די מערסטע אינפארמאציע וואס מעגליך כדי צו קענען אויספארשן דעם פארברעך די בעסטע וואס זיי קענען און אייך צו קענען געבן די הילף וואס איר דארפט.
שטיצע און הילף
איר האט די רעכט צו פארלאנגען אז אייער געשיכטע זאל גענומען ווערן ערנסט. אלע האס פארברעכנס זאלן געפירט ווערן דורך א פראקוראר.
אין פארשידענע פעלער, האט איר די רעכט צו באקומען הילף פון אנקלעגער ארויסהעלפער. איר פארלאנגט דאס פון די פאליציי וועלכע פארשן אויס אייער פאל. ער אדער זי וועלן ווייטער שיקן אייער פארלאנג צו דעם פראקוראר. א געריכט וועט באשטימען אויב עס איז דא א געברויך פאר אן אנקלעגער ארויסהעלפער.
די פאליציי קען אייך העלפן זיך צו פארבינדן מיט די וואס העלפן פארברעכן באטראפענע. אין געוויסע ערטער זענען פאראן ספעציעלע פארברעך באטראפענע הילף פאר מענטשן וועלכע זענען באטראפן געווארן פון האס פארברעכנס